Audio tour

Audio tour קאַסטלע

פֿאַרשיידענע מענטשן – פֿון קיניגן און קיניגינס, פּרינצן און פּרינצעסינס, פּריצים און פּריצטעס ביז גאָלדשמידן, תּפֿיסהניקעס, סאָלדאַטן און פּליטים.

אינעם יאָר 1397 האָט אין סקאַנדינאַוויע רעגירט עריק דער פּאָמעראַנער. ער איז געווען אַ פּלימעניק פֿון דער קיניגין מאַרגאַרעט דער ערשטער. מאַרגאַרעט איז געווען די קיניגין פֿון קאַלמאַרער פֿאַרבאַנד – דער גרעסטער פֿאַרבאַנד פֿון סקאַנדינאַווער לענדער, וואָס האָט אײַנגענומען שוועדן, נאָרוועגיע, דענמאַרק און דערגרייכט ביז איסלאַנד און אפֿילו גרענלאַנד. ווען מאַרגאַרעט האָט פֿאַרלוירן איר איינציקן זון אָלאָף, האָט זי אַדאָפּטירט עריק. ס׳איז אים באַשערט געווען צו ווערן אַ קיניג. מע האָט געמיינט, אַז ער וועט ממשיך זײַן די טעטיקייט פֿון זײַן שטיפֿמוטער. און עריק דער פּאָמעראַנער האָט טאַקע אײַנצופֿירן גרויסע ענדערונגען אין לעבן פֿון דער שטאָט. אין 1434 האָט עריק געבויט דעם שלאָס מאַלמע, אַ ביסל שפּעטער האָט ער געשאַפֿן זײַן הערב, מיט אַן אָדלער און אַ לייב – דעם אָ הערב קען מען זען אויף דער פֿאָן פֿון מאַלמע ביז הײַנט צו טאָג. ער האָט אויפֿגעבויט אַ מויער אַנטלאַנג דעם ברעג ים ביז דראָטנינגטאָריעט מיט קליינע טירן בײַ דער זײַט. פֿון סוחרים וואָס זײַנען געקומען צו פֿאָרן פֿון אַנדערע לענדער האָט מען גענומען אָפּצאָלן, און דאָס האָט געגעבן מאַלמע סטאַבילע הכנסה.

כאָטש עריקס טעטיקייט איז געווען זייער פֿרוכפּערדיק פֿאַר מאַלמע, איז זײַן פּאָליטישע מאַכט לאַנג געווען פֿאַרמינערט, און סוף־כּל־סוף, אין 1439, האָט אים קריסטאָפֿער פֿון בײַערן אָפֿגעזעצט פֿונעם טראָן. קריסטאָפֿער האָט פֿאַרוואַנדלט דעם שלאָס אין אַ מינצערײַ - אָן אָרט וווּ מע האָט פֿאַבריצירט געלט. כּמעט הונדערט יאָר (פֿון 1444 ביז 1536) האָט מען געמאַכט אַלע דענישע מינצן אין מאַלמע. פֿאַבריצירן מינץ גיט פּאָליטישע מאַכט, און צוליב דעם איז מאַלמע געוואָרן זייער אַ וויכטיקע שטאָט.

דער 16טער יאָרהונדערט איז געווען פֿאַרן שלאָס די צײַט פֿון אויפֿבלי. דאָ האָט געוווינט דאָס דענישע מלכות, אַ דינאַסטיע קיניגן, וואָס האָבן געהייסט קריסטיאַן און פֿרעדעריק –  די דענישע מאָנאַריכע האָט געהאַט אַ טראַדיציע צו געבן דעם ערשטן זון איינעם פֿון די אָ נעמען. אפֿילו הײַנט הייסט דעם דענישן פּרינץ פֿרעדעריקס זון קריסטיאַן.   

דאָס יאָר 1658 איז געווען וויכטיק פֿאַר שוועדן: דענמאַרק האָט איבערגעגעבן שוועדן די געגנט סקאַניע לויט ראָסקילער אָפּמאַך. דער באַשלוס האָט אַרויסגערופֿן אַ צײַטווײַליקן אומרו צווישן שוועדן און דענמאַרק. שוועדן האָט אויפֿגעבויט אַ גרעסערע פֿעסטונג אַרום דעם שלאָס, כּדי צו באַשיצן אים פֿון מעגלעכע אַטאַקן. ווען דער קריזיס איז פֿאַרבײַ, האָט מען פֿאַרלוירן אינטערעס צום שלאָס. פֿאַר אים האָט זיך אָנגעהויבן די תּקופֿה פֿון אונטערגאַנג, מע האָט אים פֿאַרוואַנדלט אין אַ לאַגער פֿאַר קאָרן און געווער. אין 1828 איז דאָ געגרינדעט געוואָרן אַ תּפֿיסה. מע האָט דאָ געהאַלטן ביז טויזנט אַרעסטאַנטן – אין דעם זעלביקן שלאָס, וווּ עס האָט אַ מאָל געוווינט די קיניגלעכע משפּחה פֿון דענמאַרק. די תּפֿיסה איז צוגעמאַכט געוואָרן ערשט אין 1909.

דער ערשטער פּלאַן איבערצובויען די אַלטע תּפֿיסה איז אַנטשטאַנען אין 1923, און מע האָט אָרגאַניזירט אַ פֿאַרמעסט פֿון אַרכיטעקטן. דעם פֿאַרמעסט האָט געוווּנען דער אַרכיטעקט קאַרל־אַקסעל שטאָלץ, די תּפֿיסה־קאַמערן האָט מען צעשטערט, און אויף זייער אָרט האָט געמאַכט דעם מאָדערנעם מוזיי – ער האָט זיך מיטן גאַנצן קנאַק געעפֿנט אין 1937.

Tour stops

Reviews

A minimum rating of 1 star is required.
Please fill in your name.

Create your own audio tours!

Use of the system and the mobile guide app is free

Start

App preview on iOS, Android and Windows Phone